מאנטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג עקב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יודא פאלקאוויטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רבי העניך שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר ארנסטר שליט"א רב דקהילת וויזניץ במאנטשעסטער, בן הרה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ בני ברק וחתן כ"ק אדמו"ר מזידוטשוב שיקאגא שליט"א.
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים איז אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים ארום 5:50, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט הר"ר שמואל קרויס שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות,
ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.
דער רבי האט מסדר געווען די כתובה און דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן די שוואגער די זיידע פון די כלה הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א מיט סידור קידושין,
ביים חופה האט זיך משתתף געווען די שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
קריאת הכתובה: הרה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א - מזידיטשוב באלטימאר א פעטער פון די כלה,
ברכות ראשונות: הרה"צ ר' בערל אשכנזי שליט"א - אדמו"ר מאלעסק א פעטער פון די חתן,
ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד דקהלתינו הק' 15טע עוו. שליט"א,
עדי קידושין: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א און הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א,
עדי יחוד: הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א און הר"ר פנחס אלימלך גליק הי"ו.
דערנאך האט רבינו שליט"א געווינטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה ארום 7:45 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בחדר אהרן צבי אין ביהמ"ד הגדול.
דער רבי איז אריין געקומען צום סעודת החתונה ארום 8:15, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים.
נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די פעטערס הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצען מיטן חתן,
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר מרן רבינו שליט"א.
ביים סעודה האבן זיך צווישן אנדערע משתתף געווען כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ וומ"ס שליט"א און וויזניץ מאנסי שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם אין א מחול לצדיקים.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:40,
דער רבי האט געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ארום 10:45.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א אב"ד זידוטשוב באלטימאר בן הרה''צ מזדיטשוב שיקאגאו שליט"א וחתן הרה''צ אב''ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט''א אינאיינעם מיט בנו החתן איינצולאדענען רבינו שליט"א צום שמחת החתונה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין ביהמ''ד הג' וויזניץ מאנסי עב"ג הכלה נכדת כ"ק האדמורי''ם מסקווירא - וויזניץ מאנסי שליט"א.
ארום 11:25 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו ברכת המזון, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ ר' ברוך שטערנבוך שליט"א אב"ד וויזניץ בראכפעלד,
ברכות ראשונות: הגה''צ אב''ד ור''מ דקהילתינו וומ''ס שליט"א,
ברכה אחריתא: הרה"צ ר' יצחק אייזיק שנעהבאלג שליט"א - אב"ד מיקאלייעוו.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים זיידעס וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר לענגערע מינוטן געזינגען ניגוני התעורורות בשעת רבינו שליט"א שטייט אויפן פלאץ און איז מעורר דעם גאנצן ציבור דערנאך האט דער רבי געטאנצען מיטן חתן און דערנאך מיט חדב"ן הגה"צ רבי העניך שליט"א ובני משפחתו און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דערנאך האט מען אויסגעריפן צום מצוה טאנץ די זיידע הרה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, און די פעטערס בני וחתני האדמו"ר מזידוטשוב שיקאגא שליט"א, און דערנאך די אבי החתן שליט"א און אבי הכלה שליט"א,
דערנאך האט די בדחן ארומגערעדט דברי בדחנות און דערנאך אויסגעריפן די חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 2:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~