זונטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג עקב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד שמואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישי שטיין ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר דניאל דוד שטיינבערג הי"ו.
ב"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב צבי טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יואל משה פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שלמה ברוך יודא טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר מארגן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך איז דער רבי אריין אין אוהל ווי דער רבי האט צום ערשט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ליפא שפילמאן הי"ו און הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יונתן בנימין וויינגארטן הי"ו און ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה זענען אריין בקודש פנימה ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר משה שמואל ראטענבערג שליט"א ווי זיי האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף הלכות ברכת הפירות,
דער רבי האט פארהערט די בחורים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער נעמען ברכת הקודש און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים.
דערנאך זענען אריין די תלמידי ישיבת עסק התורה סניף מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן מארגן מאנטאג למקומות הקדושים קיין יוראפ,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די בחורים, און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן מנהל און פאר די בחורים.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמשון גפן הי"ו און ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' ראובן אריאל מאואס הי"ו און ר' יואל סאאל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווי ער האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו די שמחת החתונה פון בתו הכלה וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אויפדערנאכט, און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~