דאנערשטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו - ק"י.
ב"ר שמעון ישראל כהנא הי"ו - מאנטריאל.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
פתיחה: ר' אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
עליות:
כהן: הב' הבר מצוה ב"ר שמעון ישראל כהנא.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין ביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די יארצייט פון אהרן הכהן און עובדות וסיפורים פונעם קרייזער רב הרה"ק ר' אהרן האלבערשטאם זצ"ל בן הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע וואס די יארצייטן געפאלט מארגן ר"ח אב,
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די רבנות פון די גלילות פון צאנז - קרייז, גריבוב, באבוב, וכו' און די ארומיגע דערפער, און איבער די חילוקים פון רבנות פון פולין און אונגארן.
אויפן וועג צו מנחה האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מנהג ביי רבותיה"ק זי"ע איבער שניידן די נעגל ערב שבת ווען עס געפאלט אום ר"ח.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
נאך מנחה האבן שלום גענומען די געסט וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שבת בצל הקודש, צווישן אנדערע האט שלום גענומען הרה"ח ר' משה גרובער הי"ו חבר הנהלת הקריה פון קרית יואל, ווי ער האט איבערגעגעבן א באריכט איבער פארשידענע פלענער להרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל, און הב' יעקב אהרן ב"ר יושע פישער - וומ"ס, און הב' יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ק"י, האבן איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~