מיטוואך מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע, צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו החתן אנטשיל בן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין ביהמ"ד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורים פונעם בעל הילולא,
און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:15,
אויפן וועג צום ביהמ"ד האבן שלום גענומען די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געפראוועט די יארצייט סעודה אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד',
ביים יארצייט סעודה איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר ישיבתינו הק' אין אנטווערפען,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה געמאכט א סיום אויף מסכת מכות און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און געווינטשן 'זכותו יגן עלינו',
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר קלמן האלבערשטאם שליט"א מנהל ישיבתינו הק' סניף קדושת יואל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי חיזוק פאר די בחורים משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, דערביי האט דער רבי ארומגערעדט איבערן מעמד הנחת אבן הפינה, און בתוך הדברים האט דער רבי נאכגעזאגט וואס די חוזה פון לובלין זי"ע האט געזאגט פארן ישמח משה זי"ע אז חסידים זענען אבלם בלבם וצהלתם בפניו און די סיבה פארוואס מען איז צהלתם בפניו אפילו מען איז אין גלות איז ווייל מען קוקט על שם העתיד און מען זעט שוין בחוש די גאולה השלימה במילא איז מען שוין יעצט פרייליך, האט דער רבי ארויסגעברענגט אז דאס איז די סיבה פארוואס מען פרייט זיך ביי א הנחת אבן הפינה אפילו מען זעט נאך נישט גארנישט איז אויך ווייל מען קוקט על שם העתיד און מען זעט שוין יעצט די תורה וואס גייט ארויסקומען און דאס איז די שמחה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו הק' אין אנטווערפען, און מסיים געווען מיט גאר ווארעמע דברי ברכה ודברי חיזוק פאר די בחורים,
דערנאך האט הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' אין אנטווערפען ארויפגעלייגט אויפן טיש די ציגל און דער רבי האט אריינגעלייגט מטבעות און געגאסן די צעמענט און ארויפגעלייגט די ציגל ווען דערביי ווערט געזינגען ניגוני התעורורות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א און דער רבי האט פארטיילט כוס של ברכה פאר די בחורים,
מען האט געענדיגט ארום 10:15 דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנשי שלומינו פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט.
~🌴~