מאנטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: ר' אליעזר גפן הי"ו - ק"י.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יואל בר"ב אפפעל הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א,
עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די תפילה קודם הלימוד פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער צום נייעם בית התבשיל וואס סערווירט די PMR רעזארט, און פארקויפט מהודר'דיגע מאלצייטן פאר די חשובע אורחים, אינטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די קאך א לענגערע צייט און ווארעם אנגעווינטשן פארן קעכער הרה"ח ר' שמחה שאמועל הי"ו,
דערנאך האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויפן שערמאנ'ס האטעל וואס דינט אלס אכסניא פאר די תלמידי המתיבתא וואס וויילן אויף שבת בצל הקודש.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
א גוטע נאכט.
~🌴~