זונטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמשון שרגא פאגעל הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור ברוב עם אין ביהמ"ד, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו אינעם ביהמ"ד.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
נאך מעריב האט דער רבי האט אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבערן הייליגן אור לשמים מאפטא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט זונטאג.
א גוטע נאכט.
~🌴~