מיטוואך חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חקת=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ז'.
נאכן דאווענען איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הר"ר ברוך הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מעליץ, לרגל די חתונה פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען היינט נאכט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יחזקאל פערל און ר' מרדכי קאהן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה שבתי פישער און ר' ישראל אברהם הערשקאוויטש אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יחזקאל פריעדמאן לרפו"ש און זיינע קינדער ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:20 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יו"ט לעווי און הר"ר זלמן לייב פריעדמאן אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
נאכן תנאים האט דער געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש.
ארום 11:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסקאליע-18 שליט"א לקראת די חתונה פון א אייניקל וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגים פון קידוש לבנה, און פארשידענע סיפורים פון רביה"ק בעל דברי יואל און בעל ברך משה זי"ע,
ער האט געגעבן פארן רבי'ן א ספר פרדס הקודש - שירה חדשה, און דער רבי האט אים געגעבן ספרו לב אהרן - במדבר,
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעווינטשן און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין, און דערנאך אנגעווינטשן פארן חתן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~