דינסטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל מרדכי שעהר ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ראטה ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת ווידער פאלאטשעק אויף די רימונוב גאס, אינאיינעם מיט די כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א.
ביים אנקומען אין ת"ת איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד ווי די קינדער האבן געלערענט, און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח און פארהערט עטליכע קינדער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק פאר די קינדער ארויסברענגענדיג אז אין די יעצטיגע סדרות זעט מען די השפעה וואס א שלעכטע דיבור קען טוהן, סיי ביי די מרגלים און סיי ביי קרח און אזוי אויך ביי מרים, וכו', און פון דא דארף מען ארויסלערנען ווי שטארק מען דארף נזהר זיין נישט צו טשעפן א צווייטן בדיבור און ח"ו נישט צו זאגן קיין ליגענט, לשון הרע, וכו', און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פאר די קינדער און די מרביצי תורה.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די כתות א' ב' סניף הר"ר יואל אקער שליט"א, די קינדער האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יוסף דוד באנדא ובניו, ע"פ אשתו /אמם ע"ה.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~