~פסח שני ~
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~פסח שני ~
ארום 5:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאל פון כינור דוד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל פסח שני אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבת היכל התורה וומ"ס
דער רבי האט זיך געוואשן אויף חלה און פאר די זופ האט דער רבי געגעסן מצה
און מען האט געזינגען ניגוני פסח וניגוני יו"ט
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואכלו את הבשר בלילה הזה "בצלי אש" ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט א 'אש' מיט א קאך און א פלאם פייער
דערנאך האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך און די גאנצע עולם איז אריבער נעמען שריים
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען די מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה
"חסל סידור פסח כהלכתו"