מאנטאג אמור פסח שני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג אמור פסח שני
היינט פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא הערשקאוויטש
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
און פאר ב''ר יואל ברנ''ה קאהן
ווי דער רבי איז געווען סנדק
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' אהרן שמואל פוקס
ר' ישראל דוד גוטמאן
ר' יואל גאטליב
ר' יצחק וויינשטאק
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ב' פסוק ג'
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אוהל פיגא ווי עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע צוגעבויטע מקוה
דער רבי האט אריינגעגאסן צעמענט און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א און דערנאך חדב"ן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב הביהמ"ד און דערנאך די נדבני המקוה און די חשובי ופני הביהמ"ד
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין די נייע צוגעבויטע חלק ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון א מקוה און אזוי אויך האט די רבי ארויסגעברענגט די גוטע גרוסן וואס ער הערט צוריק פון דעם ביהמ"ד די רבי האט געענדיגט מיט ווארימע ברכות פאר די נדבנים און פאר כל הקהל הקודש
דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב הביהמ"ד
דערנאך האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד און געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פלענער אויף ווייטער
~א גוטן טאג~