דאנערשטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג קרח=
~בדר"ח תמוז~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד ברא"י ווייס און ר' יואל ברי"א שווארטץ אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד בוענעס איירעס ווי עס איז פארגעקומען די הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' משה עובדי' מאסרי,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הר"ר אברהם עקשטיין שליט"א רב דקהל בוענעס איירעס, און די נדבן הרה"ח ר' משה עובדי', דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:10 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יצחק בראך און ר' שמואל בנימין פאלקאוויטש, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~