מיטוואך קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קרח=
~אדר"ח תמוז~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק יודא גוטמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז פארגעקומען די חינוך פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם מאנטאג דורכ'ן מנהל הישיבה הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א,
די חתן התורה הב' יוסף צבי בארזעסקי האט עולה געווען כהן, און דערנאך געמאכט א שהחינו,
רבינו שליט"א האט עולה געווען רביעי,
הגבה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן אפענעם ספר תורה,
גלילה: די מנהל שליט"א.
נאכן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו בשכונת קוועיקער הילל - בגלילות קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה וואס ווערט בעז"ה געבויעט פארן געגענט, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א, און הרה"ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט"א - רב דשכונת סמיט גארדענס ור"מ בישיבה,
דער רבי האט געגאסן די צעמענט און מכבד געווען צו גיסן די דיין שליט"א און די חשוב'ע רבנים שליט"א תושבי השכונה והגלילות, און דערנאך די ראשי הקהלה און די נדבני ותושבי השכונה,
דערנאך איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזענדע רבנים וראשי הקהלה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און בפרט פאר הרה"ח ר' יודא זאב קליין נדבן הביהמ"ד וחבר וועד השכונות,
און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט די גרויסקייט פון טהרה במקוה, און אז נאר אויב מען גייט אין מקוה קען מען דאווענען מיט התלהבות און א ברען, און צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פאר די נדבנים און פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבת עסק התורה אין טשעסטער בהנהלת הר"ר שלמה לייב וויינבערגער שליט"א, ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ראש חודש, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים און דערנאך ממשיך געווען מיט די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האבן די בחורים געזינגען ניגונים לכבוד ראש חודש,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נפתלי שנעבאלג שליט"א מגי"ש בישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות פאר די בחורים און צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכת קודש פאר די בחורים און פארן מנהל הישיבה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מנהל הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 2:45, און דער רבי איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמשון שרגא פאגעל און ר' יואל בר"פ בראך אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"ב פיש און ר' חיים אברהם ראזענפעלד אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' עוזיאל לעפקאוויטש און ר' יונתן בלייער,
און פון די מחותנים ר' יואל בר"א גאנדל און הר"ר יעקב שלום ווייס,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~