דינסטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'.
און די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף דעם וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת ק"י,
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעפארן צו די וועכענטליכע זמני כניסה אין וומ"ס,
ביים אנקומען קיין וומ"ס איז דער רבי צוגעפארן צו די כתר ריזל זאלן ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פין החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן ב"ר אברהם יושע מיט די כלה ב"ר פנחס פראנקל.
דערנאך איז געווען די וועכנטליכע זמני כניסה בבית נאוה קודש אויף היוז סט. ביז ארום 12:20 אויפדערנאכט.
ארום 9:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה,
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א גאב"ד זכרון מאיר ור"י חכמי לובלין, ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות קדשו.
ווי אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת בנין עולם ווי די רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה און פאר די נדבנים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
נאך מעריב האט זיך דער רבי משתתף געוועהן ביים שמחת החתונה פון החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און פארן גאנצן ציבור
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים און די זיידעס,
נאכן טאנצן האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן חתן און פארלאזט די זאל און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~