מאנטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב לאנדא,
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גאלדבערגער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שלמה זלמן ווייס, און ר' מעכיל פעלדמאן, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"מ גאלדשטיין, און ר' ברוך יודא דרעזנער, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:20 אויפדערנאכט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ציון סאאל, און ר' מיכאל עג'מי, אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~