דינסטאג נשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"י פארגעס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל האלצמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' גדלי' דוד זאלדאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל עפשטיין.
ב"ר יואל קליין.
ב"ר שלום יוסף גאלדבערגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן לרגל די שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג שלח בשעטו"מ.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די הנהלת התאחדות אברכים דקהילתינו פון וומ''ס וואס האבן מסדר געוועהן די סדר הלימוד פארן דאווענען די צווייטע טאג יו''ט בפקודת רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די פטרון הסדר הרבני החסיד בנש''ק הר''ר יואל יודא רובינפעלד ובני משפחתו ווי דער רבי האט זיך באדאנקט פארן אהערשטעלן די סדר הלימוד און איבערגעגעבן א ספר תהילים תהלה למשה פארן פטרון רבי יואל יודא און ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~