שבק פרשת במדבר - יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבק פרשת במדבר - יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בקרית מלך רב קרית יואל=
דיו אילו ימי וואלטן מיר נישט געקענט באשרייבן די געהויבענע טעג די הייליגע תפילות און די לעכטיגע טישן וועלכע זענען אריבער אויף אלפי אנשי שלומינו בצל הקודש, די שפראך איז צו ארים צו באשרייבן מיט ווערטער די הרגשי קודש וואס איז פאריבער, מיר וועלן נאר אראפשרייבן בקיצור נמרץ די זמנים און די כיבודים און תוכן דב''ק נישט די הרגשים דלא אפשר למיפרט בשפותא,
פארן זמן האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אברהם בהר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א, און פאר החתן מענדל גרשון ב"ר בעריש פעלדמאן, און דער רבי האט אנגעצינדן א לעכט פאר יזכור.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
פאר קבלת שבת האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי' און ארויסגעברענגט אז ווען מען האט א התעורורות דארף מען מאכן א כלי פון די התעורורות און עס נישט אפשטיפן אויף שפעטער, און דער רבי האט מעורר געווען די גאנצע ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים צו לערנען צוויי שעה רציפות פארן דאווענען דעם צווייטן טאג שבועות אלץ א ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
קבלת שבת: הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בבני ברק, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט די לעצטע ספירה מיט א התלהבות אש,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און די געסט האבן שלום גענומען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און די פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל כהנא - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש ילקוט בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע וכו' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טעם כעיקר, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה ליו"ט שבועות ארויסברענגענדיג אז מען דארף דינען הקב"ה מיט א ברען און א קאך, וואס דאס איז געווען די דרך הבעש"ט, און דאס וועט אריינגעבן א טעם כעיקר אינעם גוף.
קה אכסוף: הרה"צ ר' יוסף מייזליש שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעש"ט וואס די יארצייט געפאלט שבועות.
קה רבון עלם: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב הלל בן הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א.
און מען האט ממשיך געווען מיט ובאו כולם און עליונים ששו לכבוד יו"ט שבועות.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א - מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, ביי אהבה רבה האט דער רבי מאריך געווען בבכיות מיט גרויס התעורורות און השתפכות הנפש.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר יצחק אהרן גרין.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד אוהעל ב"פ.
כהן: החתן אברהם בהר"ר אהרן יעקב כהנא - באווארפען.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ברא"ח ווערצבערגער.
שלישי: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל רייזל נאך די באבע די קאלוב'ע רעביצין ע"ה.
חמישי: החתן אברהם ב"ר מענדל ווייס - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה הערש ברמ"ז עקשטיין ע"ה.
ר' חיים הערש ווייס.
ר' יעקב יודא טויב.
שביעי: החתן מענדל גרשון ב"ר בעריש פעלדמאן - באווארפען.
אחרון: הר"ר אלי' גרויס שליט"א מבערבעשט - ב"פ.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
נאכן ליינען האבן די געסט גומל געבענטשט.
הגבה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן.
גלילה: ר' ברוך ליפא לעווי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד 18עוו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יחזקאל בראך - ירושלים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולדה אצל הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רבי העניך שליט"א,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב דוד אלימלך שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קודש פארן בעל שמחה און די גאנצע משפחה און פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישכר יאקאב - מנהל מוסדותינו הק' בירושלים.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל בלייער - מאנטריאל.
כהן: הרב יואל הכהן מייזליש - וויען.
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים - ב"פ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרב שלום מרדכי מאיער, חתן הגה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א.
שיר המעלות: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ קהלתינו מאנטריאל.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע וכו', און ארויסגעברענגט אז כדי צו קענען לערנען תורה דארף מען האבן תפלה סיי מזאל האבן די זכי' צו קענען לערנען און סיי אז מזאל פארשטיין די לערנען, און אויב טוט מען חסד איז מען זוכה אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א, און דער רבי האט אויסגעטרינקען די כוס.
מען האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
=ליל א דשבועות=
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר זלמן לייב פילאפף שליט"א - שו"ב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז געגאנגען אין מקוה לכבוד יו"ט און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט ניגוני מתיקות ועריבות התורה.
מיטן פיוט פון מערבית האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
און מיט די פיוט פון אהבה רבה הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י.
דערנאך האט מען געזינגען והאר עינינו פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעורורות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע וכו' און ארויסגעברענגט אז די כח פון משה רבינו איז געווען אז בשעת מען איז געשלאפן האט ער אויסגעוואשן די נשמות פון אידישע קינדער, גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן און היינט קען משה רבינו וואשן די נשמות אפילו ווען מען איז אויף, "אונז האף מיר צו קענען מקבל זיין שבועות די תורה מחדש און זוכה זיין אז משה רבינו זאל אונז אויסוואשן די נשמה צו קענען מקבל זיין די תורה באנפין נהירין".
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 3:45, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי, פארן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.
~
=יום ראשון של שבועות=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:50.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה קרויס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"צ ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א - מדייני קהלתינו ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
ביי אהבה רבה האט מען געזינגען די ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זי"ע מיט גרויס התעורורות ובבכיות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין, און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דקהלתינו בלאמינגראוו.
דער רבי איז ארויף אויפן בימה און פארגעזאגט אקדמות בקול חוצב להבות אש און השתפכות הנפש.
דער רבי איז געווען בעל קורא און געליינט די קריאה מיט גרויס התעורורות.
כהן: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי - וויען.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הר"ר מרדכי ראזענפעלד שליט"א - וומ"ס.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' דוד פריינד - לאנדאן.
גלילה: הר"ר יואל יודא רובינפעלד - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' שמואל חיים בראך - ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' וואלף פערל.
גלילה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף קליין - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 3:20, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, דערנאך האט דער רבי טועם געווען פון די קרעפלעך און פון די פלאדין, און געטרינקען א קאווע, און מען האט געזינגען ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען די 'קרעפל פשעטל' ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי פלפול ודרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה וקריאת התנאים ארום 8:20,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו מאנטריאל.
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פון ארון הקודש, און מען האט געזינגען ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני קבלת התורה,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור
מיטן פיוט פון אהבה רבה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נתן דוד אשכנזי שליט"א - מסטאניסלאוו מאנסי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע וכו' און ארויסגעברענגט אז משה רבינו האט צוגעלייגט א טאג ווייל ער האט געוואלט עס זאל זיין 'שלשה ימים' דריי גאנצע טעג 'יום ולילה עמו' ווייל ער האט געוואלט ווייזן אז דארט ווי עס איז טינקל דארט ווערט לעכטיג און עס בלייבט נישט קיין שום רושם פון די טינקעלקייט און די זעלבע ווען איינער טוט תשובה בלייבט נישט קיין שום רושם פון די עבירה.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים, און מען האט ממשיך געווען מיט ובאו כולם און עליונים ששו.
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
=ליל ב' דשבועות=
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
און דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר אברהם שמחה פריעדמאן.
במשך די טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט שבועות.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש בשעה שקבלו ישראל את התורה נתקנאו בהם אומה"ע וכו', און ארויסגעברענגט אז אברהם אבינו האט אריינגעברענגט אין כלל ישראל אז ווען עס קומט צו טוהן מצוות זאלן די איברים אליינס טוהן די רצון השם.
ברכת המזון: הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:30.
~
=יום שני של שבועות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד 'נעשה ונשמע' ווי מען האט געלערענט פון 8:30 ביז 10:30 ע"פ קריאת מרן רבינו שליט"א,
נאך די מקוה איז דער רבי אריין אין היכל און זיך אומגעקוקט אויף די לומדים און איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי אינאיינעם מיט נכדו הב' יואל בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
מה נהדר היה המראה צו זען ווי א ריזן ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים זענען געזעצן און געלערנט אויסגעשפרייט און אלע פליגלען פון ביהמ"ד אריינגערעכענט די היכל התורה וואס איז געווען מיוחד פאר די חברי אהבת קדומים,
ארום 9:40 איז דער רבי ארויסגעקומען פון חדרו הפרטי און ארומגעגאנגען אינעם גאנצן ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן ריזן ציבור לומדים מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז דער רבי אריין אין 'חדר דוד' ווי עס איז פארגעקומען די חברת תהילים פאר די תשב"ר, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך און געווינטשן ברכת קדשו.
און ווי אויך האט דער רבי אנגעווינטשן פארן פטרון המעמד הר"ר יואל יודא רובינפעלד.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו בוומ"ס.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית והלל,
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער - לאנדאן, און הרה"ח ר' שאול פריעדמאן - ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד 18עוו.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש.
הגבה: הרה"ח ר' מרדכי רובין - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"א טירנויער - וומ"ס.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
נאך מוסף האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די געשוויסטער הי"ד די משפחה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע זענען אומגעקומען עקה"ש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב שרייבער - לאנדאן.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש ברמ"ש פרענקל ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה און נעילת החג ארום 8:20,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש.
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה,
דער רבי האט געמאכט די סיום אויף מסכת כתובות במסגרת יסודי התורה און אנגעהויבן מסכת נדרים און געזאגט די הדרן, מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן - וומ"ס.
דערנאך האט הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומ"ס אנגעגאסן פארן רבי'ן די כוס, און דער רבי האט געווינטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פאר הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין פטרון חבורת יסודי התורה ק"י, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן פיוט פון אתה נגליתה האט דער רבי מכבד געווען הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א - לאנדאן, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געליינט די כתובה.
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל' און ארויסגעברענגט אז פאר די בני עלי' איז הקב"ה קודם משפיע רוחניות און דערנאך גשמיות, און פאר די פשוטי עם קודם גשמיות און נאכדעם רוחניות, אבער יעדער באקומט פון ביידע, דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט זיינע רגשי הלב פונעם מעמד לימוד התורה ברבים ווי אזויפיל אידן זקנים עם נערים זענען געזעצן און געלערענט פארן דאווענען, און געזאגט אז דאס וועט זיכער משפיע זיין השפעות טובות תיכף ומיד און אויך פאר א גאנץ יאר, און דערנאך האט דער רבי מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה, צניעות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
צו מעריב איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף,
דער רבי האט צום ערשט מחדש געווען די לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויף טובים מאורות און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה,
נאך עטליכע מינוט האט דער רבי משמיע געווען די 'ברכת הקודש' ארויסברענגענדיג אז עצרת איז מלשון עצירה - איינהאלטן, און געזאגט אז מען זאל זען צו 'איינהאלטן' די קבלת טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך די יום טוב, אין לימוד תורה און אין יראת שמים, און בפרט מיטן זיך 'איינהאלטן' און מתגבר זיין אויף די תאוות היצר און בפרט פון די תאווה פון די סמארטפאון וואס איז מטמא סיי די גוף און סיי די נשמה, און די זעלבע ביי די עזרת נשים דארף מען זעהן זיך צו מתגבר זיין און זיך צוריקהאלטן סיי פון די כלים הטמאים און סיי לגבי צניעות, און דער רבי האט אנגעווינטשן עס זאל נשפע ווערן בני חי ומזוני, רפואות און ישועות, שידוכים, און אלע ענינים וואס מען דארף אין א אידישע שטוב.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
מוצאי יו"ט זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורי אנשי שלומינו פון מאנטריאל זיך געזעגענען,
דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געווינטשן ברכות קדשו.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴~