דאנערשטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג במדבר=
-יום מ"ז למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הר"ר וואלף לאנדא שליט"א, וואס די ביהמ"ד איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו בעל ההילולא הגה"ק מוואלאווע זי"ע וע"ש נקרא 'היכל בית אהרן'.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זי"ע.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם,
ביים לחיים האבן די בחורים געזינגען ניגוני התעורורות אלץ הכנה צום יו"ט שבועות, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מגידי שיעור, און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הכנה ליו"ט שבועות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמע בקולי' און געטייטשט 'ועתה' אז ווען די יצר הרע קומט און זאגט וועסט שוין לערנען שפעטער, מארגן, וכו', זאל מען זאגן 'ועתה' -יעצט! און זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע, 'אם שמוע תשמע בקולי' אז אויב עס וועט זיין 'אם שמוע' אז מען וועט לערנען וועט מען זוכה זיין צו 'תשמע בקולי' מען וועט פארשטיין לערנען און קענען לערנען מיט חשק,
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן די פארבליבענע שעות ביזן יו"ט שבועות מיט לימוד התורה אלץ הכנה צו קבלת התורה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער ע"פ אחיו ע"ה.
און דערנאך הרה"ח ר' אברהם משה קליין ע"פ בתו ע"ה.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זי"ע.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א און ר' יואל בר"מ ווערצבערגער, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~