מיטוואך במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך במדבר=
-יום מ"ו למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט שבועות, זאגענדיג אז די ריכטיגע הכנה צו קבלת התורה איז מיט לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו משתתף זיין ביים מעמד 'לימוד שעות רציפות' דעם צווייטן טאג שבועות אינדערפרי פארן דאווענען.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 9:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 9:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמואל זאנוויל פרענקעל און הר"ר יואל שפיטצער, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי, ביים אנקומען האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים סעודה לגומרה של תורה פאר די ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרבני הנכבד ר' וואלף רעטעק נכד רביה"ק בעל עצי חיים זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' וואלף און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די אטריום זאלן ווי עס איז פארגעקומען די דינער השנתי "גדלו והצליחו" פון מוסדותינו הק' פון מאנסי,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין א זייטיגע שטוב אינעם זאל, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זי"ע.
נאך מעריב ארום 10:40 איז דער רבי ארויפגעגאנגען צום דינער,
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש און דערנאך מיטן דבר המעמד הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
דערנאך איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע פארגעשטעלט דורכן בעל מנגן ר' מרדכי אילאוויטש אין באגלייטונג פון אחד מתלמידי המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ארויסברענגענדיג אז געבן צדקה איז א סגולה צו תורה ויראת שמים, במילא איז א דינער להחזקת התורה א גוטע הכנה צו קבלת התורה, דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי שבח פון מוסדותינו הק' פון מאנסי וועלכע וואקסט פון יאר צו יאר באיכות ובכמות סיי בחינוך הבנים און סיי בחינוך הבנות, אינטער די השפעה פונעם חשוב'ן רב שליט"א און מיט די הילף פון די חשוב'ע הנהלת המוסדות,
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די מוסדות איז מיוסד אויף די יסודות פון רבותינו הק' זי"ע, און אז איינער וואס האלט זיך נישט ביים צושטעלן צו די יסודות און תקנות פון מוסדותינו הק' דארף די מוסדות נישט אננעמען זיינע קינדער, כדי עס זאל קענען זיין מעלין בקודש ולא מורידין, ארויסברענגענדיג אז נישט יעדער וואס פארריפט זיך אלץ א סאטמאר'ע חסיד איז א סאטמארע חסיד, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות, און ארויסגעברענגט מיט התפעלות די גאר שנעלע פארשריט להרחבת גבולי הקדושה פאר די נייע בנינים וועלכע ווערן געבויעט, און אנגעווינטשן פאר די נדיבים בעם און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געענדיגט ארום 11:45, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~