זונטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג במדבר=
-יום מ"ג למב"י-
אינדערפרי האט דער רבי מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' אליעזר שאול גלאנצער ע"ה ביים ביה"ח דקהלתינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יקותיאל אהרן רובין.
ב"ר יושע בודק.
ב"ר יוסף גאלדבערגער.
ב"ר איתמר טובי' ווידער.
ב"ר יודא מיטטעלמאן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' דוד אלי' קטינא און הר"ר יקותיאל צבי לעווי,
און פון די מחותנים ר' נתן מאיר ליכטענשטיין און ר' יוסף קאהן,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~