שבת קודש פרשת בחוקתי - מבה"ח סיון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בחוקתי - מבה"ח סיון=
בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס.
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה בער ב"ר עקיבא יוסף ניישטאדט.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר אלעזר מענדל פילאפף, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביהמ"ד הגדול בנין חי"ל הילמאן, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנות שיעור ג' פון די זעקס סניפי ישיבות קטנות פון וומ"ס.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד דברי יואל ומנהל ישיבה קטנה סניף באר התורה.
פאר די פיש האט די רבי משמיע געוועהן דברות קודש פאר די בחורים, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אם בחקותי תלכי ואת מצותי תשמרי' און געטייטשט 'שתהיו עמלים בתורה' אז דורכ'ן זכות פון לימוד התורה וועט מען זוכה זיין מקבל צו זיין די תורה, און דער רבי האט געזאגט אז ער וויל בעטן פון די בחורים צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען די צווייטע טאג שבועות פארן דאווענען פון 8:30 ביז 10:30, אלץ הכנה צו קבלת התורה.
פאר די זופ האט דער רבי נאכאמאל משמיע געווען קורצע דב"ק, און מעורר געווען די בחורים אז 'אם בחקותי תלכו' ווען מען פארט אין קעמפ זאל מען אויסניצן די צייט 'שתהיו עמילים בתורה' מען זאל איבערצוחזר'ן די לימודים פון א גאנץ יאר אזוי אז מען זאל זיך קענען שטעלן צום פארהער ווען מען קומט אהיים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף היכל התורה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו מען דרש'ענט די 'את'.
קה אכסוף: הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מאיר'ל מ'פרעמישלאן זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ט אייר.
קה רבון עלם: הר"ר משה אשר צאלער שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף חכמת התורה.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' שמואל שמעלקא מיטעלמאן.
אז ביום השביעי: הר"ר חיים דוד רובין שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטעלמאן.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק.
לוי: הרה"ח ר' מנחם דוב העלער.
שלישי: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין.
חמישי: ר' יואל בר"ב הירש, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מרדכי שעהר.
ר' חיים אלעזר קויפמאן.
שביעי: ר' דוד אהרן שפילמאן, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון - חזק: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין - משב"ק.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם פריעדמאן.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם וואלף קויפמאן - מאנטריאל.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"צ מוואלאווא זי"ע וואס געפאלט דעם דאנערשטאג ג' סיון.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ישראל שעהר.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו פרק ארום 7:20 בביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה ו' 'עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות' און עס אויסגעטייטשט אויף פארשידענע מהלכים בדרך דרוש ופלפול ואגדה ומוסר,
צווישן אנדערע האט דער רבי ארויסגעברענגט איבער די הכנה צו יו"ט שבועות זאגענדיג אז לויט די הכנה צום יו"ט אזוי זענען די השפעות במילא דארף מען זען צו מאכן א הכנה דרבה מיט לימוד התורה, און די זעלבע לגבי שבת אז אויב א מענטש לויפט אוועק פונעם שבת לויפט די השפעות שבת אוועק פונעם מענטש, און דער רבי האט שטארק מעורר געווען צו פירן שלו"ס ווי חסידישע אידן בצוותא חדא און נישט קוקן אויפן זייגער ווען עס ווערט שוין די זמן מוצ"ש..,דערנאך האט דער רבי מעורר געווען בעניני צניעות הן ביי די אינגלעך און הן ביי די מיידלעך, דערנאך האט דער רבי מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן אראפגעשלעפט פון די מחנה המגושמים וועלכע פארן אוועק אויף שבועות אין די קאנטרי וכו',
און דערנאך האט דער רבי נאכאמאל געזאגט אז ער וויל בעטן פון יעדעם איינעם סיי די בעל בתים און סיי די בחורים צו לערנען צוויי שעה רציפות די צווייטע טאג שבועות אינדערפרי פארן דאווענען פון 8:30 ביז 10:30, און דאס וועט זיין א אמת'דיגע הכנה צום אהבה רבה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז אין א חודש ארום ווען מען פארט אין קאנטרי דארף מען זען צו אויסניצן די פרייע צייטן סיי אום שב"ק און סיי א גאנצע וואך מיט לימוד התורה, און געזאגט אז מען זאל זען אז ווען עס איז 'אם בחקותי תלכו' ווען מען פארט אוועק זאל זיין 'שתהיו עמילים בתורה',
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געענדיגט ארום 8:25, און איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' דוד ארי קויפמאן.
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העלער.
כהן: ר' יואל האפער.
לוי: הרה"ח ר' בנציון אהרן ווערצבערגער.
שלישי: הר"ר שמעון יואל בראך שליט"א - בני ברק.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי שעהר.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
שיר המעלות: הרה"ח ר' מאיר שטערן.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק אם בחוקתי תלכו, ווי דער רבי האט נאכגעזאגט פון ר' משה'לע מקאזניץ זי"ע אז 'עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבבל שיקבעו בארץ ישראל', זאגט ר' משה'לע קאזניץ'ער אז די סיבה איז וויבאלד עס גייט אראפקומען די בית המקדש השלישי של אש בנוי ומשוכלל פון הימל, און נאר ווער עס האט זיך צוגעגרייט מיטן לערנען תורה גייט קענען אריינגיין אינעם בית המקדש צוליב די געוואלדיגע קדושה פונעם בית המקדש, און די אידן וואס האבן נישט געלערענט גייען קודם דארפן גיין אין די בתי מדרשות זיך צוגרייטן מיט די קדושת התורה צו קענען אריינגיין אינעם בית המקדש,
און דער רבי האט אויסגעפירט מיט שטארקע דברי הכנה צום יו"ט שבועות, אז עס קומט די יו"ט שבועות און מען האפט אז די גואל צדק וועט נאך קומען פארדעם, וועט מען דאך דארפן עולה רגל זיין, דארף מען זען צו זיך צוגרייטן מיט לימוד התורה כדי מען זאל קענען אריינגיין אינעם בית המקדש כראוי וכנכון, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"צ מוואלאווא זי"ע וואס געפאלט דעם דאנערשטאג ג' סיון, און געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:05.
ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין - ראה"ק עצי חיים סיגוט, ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס הרה"ח ר' חיים יושע גיבט אריין דעם קומענדיגן א' שלח לבית מדרשינו - בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' חיים יושע און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטן טאג.
~🌴~