דינסטאג אחרי - קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג אחרי - קדושים
היינט פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם עמרם מארקאוויטש
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' אברהם וואלף פילאפף
ר' חיים עוזיאל פריעד
ר' יואל ווירצבערגער
ר' יצחק יעקב שמעון ליכטנשטיין - תאומים
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויפן פסוק "רבים אומרים לנפשי אין ישועתי" וכו'
ווי דער רבי האט אריינגעטייטשט אז דוד המלך האט זיך געברענגט א ראי' פון דעם וואס די גמרא זאגט אז מען נעמט אן אז עד - ועד בכלל אז אפילו עס שטייט תשב אנוש 'עד' דכע וואס פון דעם וויל מען ארויסלערנען אז עס העלפט נישט קיין תשובה אויף די ג' עבירות חמורות (ד'ם כ'פירה ע'ריות) וויבאלד מען נעמט אבער אן עד- ועד בכלל העלפט תשובה אפילו אויף די עבירות
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין היכל הביהמ''ד
א גוטן טאג