מאנטאג אחרי - קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג אחרי - קדושים
היינט האט דער רבי געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' ישראל מרדכי פריעדמאן
ר' ראובן אוריאל מאוות
ר' זלמן לייב פילאפף
ר' נפתלי הירצקא בודק
ר' יואל מאיר פריעדמאן
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויפן פסוק קולי אל ה' אקרא וכו'
ווי דער רבי האט אריינגעטייטשט אז דוד המלך האט זיך געברענגט א ראי' פון מתן תורה אז תשובה מיט מסירת נפש איז מכפר אפילו אויף עבירות פון כריתות און מיתת בי''ד
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען די "דרשת פתיחת הזמן" ווי די רבי האט א לענגערע צייט משמיע געווען דברי הדרכה און דברי חיזוק לזמן הקיץ
צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער אויפשטיין פארטאגס /נישט גיין צו חתונות /נישט צורירן צו די כלים טמאים /די גרויסקייט פון שלוש סעודות /נישט אויסהערן קיין נישט ערליכע זינגערס
דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארימע דברי ברכה אז די זומער זאל אדורך גיין בשלום
א גוטן טאג