דאנערשטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג אמור=
-יום כ''ו למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש, בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א, וואס איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד ראפשיץ.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ליפא פאלקאוויטש.
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יודהל"ק פון זקינו הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פאר אלע בחורים, דערנאך האט מען געזונגען ווארעמע ניגונים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פאר אלע בחורים און פארן בעל אכסניא פונעם ישיבה הר"ר אלחנן האראוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ראפשיץ ק"י.
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף בבית הר"ר אלחנן שליט"א ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אויפן צווייטן שטאק נעבן די עזרת נשים, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פאר די נייע אפיסעס פון קהלתינו הק' און אירע פילצאליגע אפטיילונגען,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך געדאווענט מנחה אויפן פלאץ,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין מראה"ק ווי ער האט פארגעלייגט די פלענער אויף ווייטער להרחיב ולפאר הביהמ"ד הגדול,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און פארטיילט שריים פאר די גבאי ועסקני ביהמ"ד הגדול, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די ראשי קהלה און ארומגערעדט בחשיבות פון די עסקני קהלתינו הק',
דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן צענטראלן אפיס פון קהלתינו הק' און זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס פון קהלתינו הק' און אירע אפטיילונגען, צווישן אנדערע פון מפעל קביעות עיתים, וועד הכשרות, מפעל בית נאמן, און נאך,
מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל בר"י מיטעלמאן און ר' יודל פריעדמאן,
און פון די מחותנים ר' יואל בר"ה כ"ץ און ר' שלמה לייב גליק,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~