מיטוואך אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אמור=
-יום כ''ה למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נחמן מיללער ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר יקותיאל צבי לעווי,
ב''ר הערשל שווארטץ,
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' חיים בערקאוויטש ע"פ אביו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה דוד וויינגארטן און ר' ליפא פרידריך ע"ה, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~