דינסטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אמור=
-יום כ"ד למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"א.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~