מאנטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אמור=
-יום כ''ג למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב''ר שמעון הערשקאוויטש,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדר הפרטי.
ארום 4:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,000 תלמידי הישיבה.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה סיי איבערן מיטהאלטן די שיעורים הן אין גמרא און הן אין די שיעורי שו"ע און סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך צו לערנען מוסר ספרים בקביעות,
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, טוהן חסד איינער מיטן צווייטן, גיין נאך געלט, זיך אפהיטן פון די כלים, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו גיין צו חתונות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אליעזר היילברוין ע"פ אמו ע"ה.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב חיים פאלאק און ר' חיים וואלף שפילמאן אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~