שבת קודש פרשת קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת קדושים=
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסד בדרכי שמואל עטה"ק בעיר בני ברק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר חיים בנימין כהנא.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' ישראל מאיר העכט - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מיכאל ניימאן - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק קדושים תהיו - איש אמו ואביו תראו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון ספיקא דאוריתא מה"ת לחומרא או לקולא.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ברכת המזון: הרה"ג ר' מאיר סימאן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ראפשיצער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג י"א אייר.
קה רבון עלם: הר"ר נתן דוב שווארטץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:20.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל לאנדא.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מנחם ברודא - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אפרים שלום שווארטץ - מאנסי.
כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא.
לוי: ר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
רביעי: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' שלום בר"ש לאנדא, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' ארי' שמחה קויפמאן, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הר"ר דוד פערל.
מפטיר: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן - ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בעריש עקשטיין - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם הערש שעהר.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יוסף יואל לעווי.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע זלמן ווערצבערגער.
כהן: הרה"ח ר' יוסף רפאל האפער.
לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד האראוויץ - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם פילאפף.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' בערל ברמ"א פאלאטשעק.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק 'קדושים תהיו' ווי רש"י זאגט 'הוי פרושים מעריות', און דער רבי האט ארומגערעדט אז אפי' שכר מצוה בהאי עלמא ליכא אבער אויף הכנה למצוה באקומט מען יא שכר אויף די וועלט, און די שכר מצוה איז ווי עס ווערט געברענגט אין די גמרא מסכת קידושין דף לט: אז די שכר מצוה איז אז מען ווערט אפגעהיטן פון הרהור עבירה,
און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די הכנה למצוה און בפרט איבערן גיין אין מקוה פארן דאווענען וואס דאס איז א הכנה צום דאווענען און דאס העלפט אז מען זאל זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנצן טאג.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן - ב"פ.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים מישיבת באבוב וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די לימודים וואס מען לערנט אין ישיבה און געווינטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~