פרייטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג קדושים=
-יום כ' למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר אברהם גברא,
ב''ר יואל גלאנצער,
ביים דאווענען האט מען געזאגט תחנון כנהוג אצל רבותיה"ק ביום המר והנמהר - ה' אייר אפי' בערש''ק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש האדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א וועלכע וויילט אויף שבת אין קרית יואל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהגים פון בני ארץ ישראל בחוץ לארץ יעצט ווען עס גייט א אנדערע פרשה ווי אין א"י, און ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א גריס פון די ישיבה קטנה אין ירושלים וואס ער האט לעצטענס פארהערט,
דערנאך האט אים דער רבי מכבד געוועהן מיט לחיים און גאר ווארעם אנגעווינטשן און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
א גוט שבת
~🌴~