דאנערשטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג קדושים=
-יום י"ט למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הרה"ג ר' חיים יעקב הערשקאוויטש - תאומים.
ב"ר יואל טאבאק.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור אין די סוגיא בשיעורי הישיבה, און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
נאך מעריב זענען אריבער שלום נעמען די עסקנים מטעם הכנסת אורחים איהעל שע''י חברה קדישא דקהילתינו הק', וואס האבן זיך נארוואס צירוק געקערט פון איהעל אונגארען ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פולע אקטיוויטעטן אינעהאלב די הכנסת אורחים לטובת די פילצאליגע רייזענדע.
א גוטע נאכט.
~🌴~