מיטוואך קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קדושים=
-יום י"ח למב"י-
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה משולם לאנדא, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים דוד פארגעס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' פריעד, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל משה יצחק הערשקאוויטש.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געוועהן דורך א הוק-אפ די דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבתינו מהרי''ט ב''ב.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אזייגער אויפדערנאכט.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אהרן שאול סאנדעל און ר' שלמה שעהנברוין,
און פון די מחותנים ר' נפתלי יעקב דרעזנער און ר' יואל ברמ"ל ראטה,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה רבני וועד העירוב קרית יואל והגלילות אינאיינעם מיט די לומדי חבורת הלכות עירובין שע''י מבצר הכוללים קרית יואל, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען די פלענער צו פארברייטערען די עירוב, ווי אויך האבן זיי אנגעפרעגט איבער שאלות וואס האבן זיך געמאכט במציאות ובהלכה.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרב דניאל כהן, רב דקהל דברי אמת לעדת הספרדים אין קווינס, וואו עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער זיין יוגענט אינעם שטאט סאמארקאנד וואו ער האט געלערנט אונטער די אייזערנע פארהאנג.
דער רב האט צום ערשט איבערגעגעבן א מנחת ביכורים פירות און וויין פאר רבינו שליט"א, דערנאך האט ער געצייגט די נייע ש"ס 'ממלכת כהנים' וועלכע פארמאגט די פסקים פון די ראשונים דער רמב"ם, ראב"ד, טור, שו"ע, וכו' אלעס אויפן דף פונעם סוגיא.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די נייע ספר, און רבינו שליט"א האט אים גאר שטארק אנגעוואונטשן ער זאל מצליח זיין מיט די עבודת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~