דינסטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קדושים=
-יום י"ז למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל מנחם יודא גאנדל.
ב"ר משה אליעזר שווארטץ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אזייגער אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו"פ א קבוצה פון תלמידי כתה מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס וואס האבן ארייגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת די מוסדות במשך די ימי הפורים העעל''ט, און געהאט די זכיה צו באקומען ברכת קודש און דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש און א מתנה פאר די בחורים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 בביתו נאוה קודש, און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~