מאנטאג קדושים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג קדושים=
~בדר"ח אייר~
-יום ט"ז למב"י-
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק נתן גאנדל. ב"ר יואל מרדכי בערקאוויטש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און עולה געווען רביעי.
נאכן ליינען האבן די אויסלענדישע בחורים גומל געבענטשט.
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק יאזשעף בבית אביו הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אויף א אומגעראכטענעם באזוך אינעם צייטווייליגען ביהמ''ד דקהילתינו - בית אלעזר - שכונת ויואל משה, צום ערשט האט דער רבי זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די גאנצע ביהמ''ד, און זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט ביי די מתפללי הביהמ"ד ותושבי השכונה, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה ברוב עם,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט ביי די טעגליכע שיעור פון הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. צו די זמני כניסה ביז 11:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יודא לעבאוויטש און ר' אהרן שווארטץ, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האבן זיך געשטעלט צו פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ הלכות שבת,
החתן מרדכי שמואל ב"ר עקיבא בינדער - ירושלים, החתן מנחם גרשון ב"ר בעריש פעלדמאן - ק"י, החתן חיים ארי' ב"ר אברהם שמואל מאשקאוויטש - ק"י, ממציוני תלמידי ישיבתינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
א גוטע נאכט.
~🌴~