זונטאג אחרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אחרי=
-אסרו חג פסח-
~יום ח' למב"י~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים דרעזנער.
ב"ר נטע מרדכי קויפמאן.
ב"ר נפתלי הירצקא שווארטץ.
ב"ר יואל פישער.
ב"ר יושע דוב שווארץ.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכן דאווענען האט דער רבי באזוכט ביי די בראנפען ברענעריי בבית הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פרישע פראדאקציע פון ברוינפען וואס ווערט געמאכט נאך פסח, און דער רבי האט געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' בשכונת קוועיקער היל וועלכע איז נארוואס איבערגעבויעט געווארן לכבוד יו"ט פסח,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און געדאווענט מנחה אינעם ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין בשם קהלתינו הק',
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די אחריות וואס די ערשטע תושבים האבן צו זען אז עס זאל זיין אוועקגעשטעלט א מקום תורה ותפילה, און בפרט א מקוה, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי שבח פון די עסקנים, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די הנהלת הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר די עסקנים.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן פלאץ ווי מען הייבט אין די טעג אן צו בויען די מקוה, און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~