~ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
~ימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א~
פארן זמן האט דער רבי געמאכט א עירוב תבשילין.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן הודו בהתלהבות אש.
מערבית: הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
במשכ'ן טיש האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א - ירושלים, בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אז ישיר משה, און געטייטשט דעם 'אז עלה בלבו שישיר' אז דעמאלטס ווען זיי האבן געזינגען שירה האבן זיי געטראכט צו זינגען שירה אויף דעם וואס זיי האבן די זכי' צו זינגען שירה פאר הקב"ה,
און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע זכי' וואס אונז האמיר צו זינגען שירה פאר הקב"ה און אויף דעם אליין דארף מען זאגן שירה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
ארום 1:30 האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן די שירה ווי דער רבי האט געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה - ויואל משה.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:50.
~
~יום שביעי של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:35.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה, תפילת שחרית, און הלל, און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק מיט גרויס התעורורות לרגל שביעי של פסח .
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליב שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', און הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דער רבי איז געווען בעל קורא.
כהן: הר"ר יואל מאשקאוויטש, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער.
שלישי: הרה"ח ר' ישראל פערל.
רביעי: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד.
חמישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געליינט די שירת הים בהתעורורות רב ובהתלהבות אש.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יחזקאל שרגא ברא"ש בראך.
ר' משה הערש ווידער.
הגבה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליב - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש.
הגבה: הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש - אנטווערפען.
גלילה: הרה"ח ר' יקותיאל ישראל פריעד.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' דוד עקשטיין.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל בערגער - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' אשר זעליג גאלדמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
~
~ליל אחרון של פסח~
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שבת, און געצינדן א לעכט פאר יזכור.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און אנגעטוהן די טלית, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלישע האראוויץ.
קבלת שבת ומערבית: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30.
דערנאך איז דער ציבור אריבער ווינטשן א גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן בראנפען און געווינטשן לחיים.
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יעדן שבת, אזוי אויך האט מען אויפגעגעבן לכבוד יו"ט די זיבן הימלען קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס, און מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מצה כרעמזלעך פארן גאנצן ציבור.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו בבית שמש.
מנוחה ושמחה: הרב אלחנן חיים טייטלבוים חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש "הים ראה וינוס" 'מה ראה ברייתא דר' ישמעאל ראה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון תנו גיטך מעל גבי קרקע.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ברכת המזון: הגה"צ רבי יואל שליט"א - רב דביהמ"ד בית ברוך.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג כ"ה ניסן, און ארומגערעדט איבער די נסיעות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צום שטאט צאנז, סיי פארן קריג און סיי שפעטער ביי נסיעות למקומות הקדושים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן הגה"צ רבי העניך שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה שווארץ - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:45.
~
~יום אחרון של פסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יעקב הלל ליכטענשטיין.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רבי ברוך שליט"א.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
פארן ליינען האט מען געזאגט שיר השירים.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אלי' שלמה קאהן, און הר"ר שלום וועבערמאן.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלטר טייטלבוים.
כהן: הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי.
שלישי: הר"ר איתמר מייזליש.
רביעי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער.
חמישי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר.
שביעי: הרה"ח ר' בנציון אלי' זאלדאן.
הגבה: הרה"ח ר' הלל טייטלבוים.
גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ד כהן.
מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער.
הגבה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' משה ברוך פאלאק - וומ"ס.
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילאפף.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בצלאל חיים באש.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד אבני צדק.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל שלמה טעלער.
ביי של"ס האט הרה"ח ר' יואל קויפמאן - משמש אנגעגאסן פארן רבין לחיים און דער רבי האט געווינטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם אביש דעמביצער - טאראנטא.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט על הכוס.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני יו"ט
נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין שיר השירים מה יפו פעמיך בנעלים, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די אידן זענען ארויס פון מצרים אין זכות פון דעם וואס הקב"ה האט געזען אז די אידן גייען זינגען שירה ביי קריאת ים סוף נישט נאר אויף די ניסים וואס הקב"ה טוט מיט זיי דעמאלטס נאר מען זינגט שוין שירה אויף די ניסים וואס הקב"ה גייט טוהן מיט כלל ישראל לעתיד, און מדה כנגד מדה האט הקב"ה מצרף געווען די זכות פון מתן תורה וואס גייט זיין לעתיד און ארויסגענומען כלל ישראל פון מצרים, און ארומגערעדט אז יעצט ווען א איד קוקט זיך אן און טראכט וויאזוי האט אויסגעקוקט מיין יו"ט? עס וואלט געמעגט זיין בעסער, איז מען זיך מחזק אז הקב"ה קוקט וויאזוי מען גייט מקיים זיין די מצוות נאך די גאולה השלימה און רעכענט יעצט אזוי ווי דעמאלטס,
און דער רבי האט געטייטשט 'מה יפו פעמיך' ווי שיין איז ווען א מענטש'ס הארץ קלאפט און פרעגט אז לכאורה מיין יו"ט איז נישט געווען כדבעי, 'בנעלים' ביי נעילת החג ווען מען זינגט חסל סידור פסח כהלכתו, כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו וכו' פדיום לציון ברינה, אז הקב"ה רעכענט שוין יעצט די מצוות אזוי ווי מען גייט עס מקיים זיין לעתיד וואס דעמאלטס גייט עס זיין כדבעי, און אלעס און זכות פון דעם וואס אידן דאנקן הקב"ה שטענדיג אויף די ניסים וואס הקב"ה גייט טוהן מיט כלל ישראל לעתיד,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכות אז מצה איז משפיע פרנסה, גוטע קינדער, רפואות, פאר יעדעם איינעם.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגן לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דערנאך געציילט ספירה.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געווינטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~