יום א' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום א' דחוה"מ פסח
=יום ב' למב"י=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש.
צו הלל האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ ר' שמעון פאנעט שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הר"ר יואל בר"ש בערגער, און ר' יואל ברא"י לאנדא,
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ,
לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל לאנדא,
שלישי: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א - אב"ד חמעלניק מאנסי,
הגבה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א,
גלילה: ר' יודל שווארץ,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א,
גלילה: ר' בנימין יוסף מאיר טעלער - וומ"ס,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאכמיטאג איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ביטמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און מעריב ארום 9:00 אזייגער, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטן מועד.
~🌴~