ימים הראשונים של חג הפסח בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
ימים הראשונים של חג הפסח בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א.
ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט מען געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח.
קבלת שבת ומערבית: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש ובהתעורורות רב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.
און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט שבת און א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל, ווי עס האבן מיטגעגעסן במשך ביידע נעכט קרוב צו דריי הונדערט חתנים מתלמידי ישיבתינו הק' פון איבער די גארער וועלט,
דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם מיט א התלהבות אש,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
נאך די זמירות האט דער רבי געשמעקט בשמים, און זיך אראפגעזעצט און מסדר געווען די קערה, דערנאך האט דער רבי געזאגט 'קדש' בקול רם בנוסח רביה"ק, און הילד משה בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש ביי ביידע סדרים,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דער רבי האט געמאכט קידוש ברגש קודש, און דערנאך געוויזן פארן עולם צו מאכן קידוש,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען צען מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, מקרא קודש זכר ליציאת מצרים, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא לשנה הבאה בני חורין, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, שאינו יודע לשאול, והיא שעמדה,
דער רבי האט געזאגט די נוסח הגדה במתינות וברגש קודש,
ביי מה נשתנה האט געפרעגט די קשיות הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און אויסגעטוהן די טלית און זיך געוואשן,
דער רבי געזאגט די לשם יחוד און געמאכט די ברכת המוציא און על אכילת מצה מיט גרויס דביקות און געגעסן די כזיתים,
דערנאך האט דער רבי איינגעטינקען שאלאטן אין חרוסת אין געזאגט די לשם יחוד און די ברכה על אכילת מרור און געגעסן די כזית מרור,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן בלויז א שטיקל אייער כנהוג, און תיכף געהייסן אריינברענגען די אפיקומן און געזאגט די לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן פאר חצות, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' ישכר בער בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א,
דער רבי האט געוויזן פארן עולם צו עסן רואיג די גאנצע סעודה, בשעת די בחורים האבן געגעסן די סעודה האט דער רבי מעיין געווען אין הגדות החיד"א, ברך משה על מועדים, ליקוטי אורה,
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר, דער רבי האט געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין,
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא, און אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט דער רבי געוויזן אז מען זאל זינגען לכבוד יו"ט, און דערנאך האט מען געזינגען אז ביום השביעי,
דערנאך האט דער רבי געווינטשן א גוט יו"ט און איז ארויף לחדרו הפרטי.
מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:45.
~יום א' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', און הר"ר נפתלי האראוויץ שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' גדלי' יערמיאש - ב"פ.
שלישי: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן.
רביעי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא.
חמישי: הב' החתן ב"ר אברהם הערש שעהר - וומ"ס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אלימלך פריעדמאן.
הר"ר יואל בערקאוויטש.
ר' עזריאל יודא שווארץ.
ר' שלמה הערשקאוויטש.
ר' מנחם זאב זילבערשטיין.
ר' אברהם אלי' פרידריך.
ר' משה יודא ניימאן.
שביעי: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל.
הגבה: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
גלילה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש.
הגבה: הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
גלילה: הרה"ג ר' יואל ברמ"א פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' במאנסי.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די קיטל און א ווייסע קאפל פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געבענטשט טלמיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יודא ווייס.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 2:50.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט און די פיוט פון ברח דודי,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטעלמאן.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל ווייס.
כהן: הרה"ג ר' זלמן יודא כהנא שליט"א - מרבני קהלתינו בבית שמש.
לוי: הרה"ח ר' אלי' ראטה.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יודל פארגעס - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק מה העבודה הזאת לכם און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון מצוות מצה און די גרויסע זכי' וואס מען האט צו עסן מצה, און אז מצה איז משפיע חכמה, און צוגעענדיגט בברכת קדשו.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי, ביים זמן ר"ת איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד,
צו מערבית והלל איז צוגעגאנגען הר"ר אלעזר מענדל פילאפף - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
און דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געווינטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אהיים לביתו נאוה קודש.
~ליל התקדש החג -די צווייטע סדר נאכט~
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מסדר געווען די קערה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו קידוש,
דער רבי האט געמאכט קידוש ברגש קודש, און געמאכט די ברכה בורא מאורי האש, המבדיל, און שהחינו, און דערנאך געוויזן פארן עולם צו מאכן קידוש,
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען עלעף מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, קדש, כרפס, יחץ, מגיד, השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין, רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, ויענונו כמה שנאמר, שפוך חמתך,
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט אפגעראכטן די סדר מיט גרויס התעורורות און התלהבות אש און געזאגט די נוסח הגדה במתינות וברגש קודש,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן א שטיקל אייער כנהוג, און דערנאך האט מען אריינגעברענגט די סעודה אזוי ווי יעדן יו"ט, בעת שלחן עורך האט דער רבי מעיין געווען אין ספר ליקוטי אורה, הגדות החיד"א, ברך משה על מועדים,
ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט די לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך הב' המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר, דער רבי האט געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין,
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא,
דערנאך האט דער רבי געווינטשן א גוט יו"ט, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:25.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געציילט ספירה בקול חוצב להבות אש, דערנאך איז מען אריבער אין פאליש ווי מען האט ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פודה כהלכה צדיקיו יאמרו לך כי לך,
דערנאך האט דער רבי געווינטשן א גוט יו"ט, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מען האט געענדיגט ארום 4:10.
~יום ב' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:55.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר און פארגעזאגט הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי וועכטער - וומ"ס, און הרה"ח ר' חיים אהרן קליין.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר מייער שליט"א - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליב.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר זלמן לייב פריעדמאן.
גלילה: הרה"ג ר' פישל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
מפטיר: הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין.
הגבה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ח גרינוואלד.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יודא פנחס שטראהלי - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לוי יצחק קליין, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט און ניגוני פורים און די פיוט פון ברח דודי,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרב הערשל מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א, און מיט שושנת יעקב הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' חיים אלישע גראסמאן.
נאך מנחה איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי, ביים זמן ר"ת איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן.
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 9:30.
א גוטן מועד.
~🌴~