שבת קודש פרשת טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת טהרה
=שבת הגדול=
ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די באבע הרבנית חנה ע"ה די רעביצין פונעם קדושת יו"ט זי"ע.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה ווייס - ב"פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן טור 'שבת לפני פסח קורין אותו שבת הגדול' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אז בזכות פון מצוות שבת האט מען זוכה געווען צו מתן תורה וואס נאר אין זכות פון מתן תורה האט מען זוכה געווען צו יציאת מצרים, און פארדעם הייסט די שבת פאר פסח 'שבת הגדול'.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
ברכת המזון: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אשר'ל ראפשיצער זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג ערב פסח.
קה רבון עלם: הר"ר יואל אפענהיים שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב זלמן לייב שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:40.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר - מאנסי.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און פארגעזאגט די יוצרות לשבת הגדול.
מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ביי ממקומך כנהוג.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ברוך פיש.
כהן: החתן יעקב אליעזר ב"ר ישעי' יצחק רובין.
לוי: החתן יואל ברוך ב"ר יוסף משה אונגאר.
שלישי: החתן אליעזר ב"ר יצחק מיטעלמאן.
רביעי: החתן אפרים פישל ב"ר יואל מענדלאוויטש.
חמישי: הרה"ח ר' ליפא גראס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' יצחק איצקאוויטש.
שביעי: הרה"ח ר' יעקב פארגעס.
אחרון: ר' חיים יושע כ"ץ, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל פערל.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' הלל שפיטצער - ב"פ.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
די סעודה שבת בייטאג האט דער רבי געגעסן אינאיינעם מיט די בני משפחה אינעם בנין פון מבצר הכוללים.
~
ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט זיך מתעטף געווען מיטן טלית מיט א ברכה, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישה, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי דרוש ופלפול אינעם סוגיא פון מצוות צריכות כוונה וואס דער רבי האט פארגעלערענט אין ישיבה, און דערנאך אריבער בדברי אגדה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי מוסר והדרכה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז 'זאת חקת הפסח' פה -סח מיינט מען תורה און ארומגערעדט אז יעדע בעה"ב דארף זעהן צו האבן א שיעור בקביעות יעדן איינציגסטן טאג,
פה -סח מיינט מען תפילה און ארומגערעדט אז מען דארף זעהן צו דאווענען במתינות מרישא ועד גמירא,
און דערנאך ארויסגעברענגט מיט שמחה 'כי אתה ה' הרחיב לנו' אז מען האט זיך שוין אנגעהויבן אריינצוציען אין שכונת ויואל משה און ארומגערעדט אז די ערשטע תושבים דארפן אוועקשטעלן א יסוד פארן שכונה לתורה ולתפילה,
און די זעלבע ביי די נייע געגענטער אין די גלילות דארפן די תושבים זעהן אז עס זאל זיין אוועקגעשטעלט אלע רוחניות'דיגע צרכים, א ביהמ"ד לתורה ולתפילה וכו', און בפרט אז עס זאל זיין א מקוה פאר שבת אינדערפרי,
און דערנאך ארומגערעדט דברי הכנה לימי הפסח און געזאגט אז סיפור יציאת מצרים איז מסוגל פאר פרנסה אזוי ווי עס ווערט געברענגט אז 'מגיד' איז בגימטריא 'זן', וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' זושא רובין - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' נפתלי אונגאר - וומ"ס.
שלישי: הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ישמח משה.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק אלעזר גאלדבערגער.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן טור 'שבת לפני פסח קורין אותו שבת הגדול על שם הנס שנעשה' לכאורה פארוואס האט מען מתקן געווען די זכר פארן נס שבת פאר פסח און נישט י' ניסן?
האט דער רבי נאכגעזאגט פונעם ייטב לב אז יעדע קרבן איז מען מקריב א חלק פארן אייבערשטן לכאורה די קרבן פסח במצרים האט מען גארנישט מקריב געווען פארן אייבערשטן? און דאס איז טאקע געווען די שאלה פון מה העבודה הזאת לכם וואס פאר א עבודה איז דאס אז מען גיבט גארנישט פארן אייבערשטן,
איז די תירוץ אז 'ואמרתם זבח פסח הוא לה' אז ווען א מענטש איז מקריב א קרבן איז עס נאר א דמיון און עכט דארף מען טראכטן אז מען איז 'זיך' גרייט צו לאזן שחט'ן פארן אייבערשטן 'זבח פסח "הוא" לה',
אבער דאס קען נאר זיין ווען א מענטש איז מופרש פון תאוות העולם הזה דעמאלטס איז די מענטש ראוי זיך צו לאזן מקריב זיין פארן אייבערשטן,
און דאס איז די סגולה פון שבת קודש אז מען זאל זיין אפגעהיטן פון תאוות העולם הזה,
און אפילו דערמאנען די ווארט שבת העלפט מען זאל זיין זיין אפהיטן, 'זכור את יום השבת' דערמאנען די נאמען פון שבת 'לקדשו' ברענגט אריין א קדושה,
און פארדעם האט מען מתקן געווען די זכר פארן נס אויף שבת ווייל בזכות שבת ווערט מען ראוי זיך צו לאזן מקריב זיין פארן אייבערשטן, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קודש אז מען זאל האבן די זכי' צו מעורר זיין די קדושת שבת און זיין מופרש פון תאוות הגשמיות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי אונגאר - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יואל ברוך ב"ר יוסף משה אונגאר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און געווינטשן "א גוטע וואך א גוטן חודש און א חג כשר ושמח".
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
מוצ"ש איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך די מתפללים פון בית מדרש שער התפילה ד'טשערנאוויץ בראשות הרה"ג ר' נפתלי שנעבאלג שליט"א חתן הגה''צ דומ''ץ ק''י שליט"א וואס ווערט אריינגעגעבן די וואך,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און ווארעם אנגעווינטשן פאר הרה"ג ר' נפתלי שליט"א און די גאנצע ציבור.
א גוטע וואך.
~🌴~