פרייטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל לייב פערלמוטער, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר בנימין אלטר פאנעט.
ב''ר יואל ראזענפעלד.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען לעכט און געזאגט די קדישים ביים דאווענען, לע"נ די באבע הרבנית חנה ע"ה די רעביצין פונעם קדושת יו"ט זי"ע.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
א גוטע וואך.
~🌴~