מיטוואך טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך טהרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית בביהמ"ד אהל פיגא לבן הנולד אצל ר' משה אלי' ווערצבערגער, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און דער רבי איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצען ביהמ"ד אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' נחמן פיש חבר הנהלת הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויפן נייעם פליגל וועלכע איז לעצטענס צוגעבויעט געווארן און געהערט א באריכט אויף די פלענער אויף ווייטער, און בפרט אויף די מקוה וועלכע ווערט פארדאפעלט קע"ה.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה, לרגל שמחת הנחת תפילין פון נכדו בן הגה"צ רבי ברוך שליט"א.
פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה, און פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר נפתלי הירצקא בראך,
ב''ר יואל לעוו.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות פאר נכדו הב' הבר מצוה.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה מחברתו הטהרה פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים ברוב עם,
מען האט געזונגען ווארעמע ניגונים, און איינער פון די בחורים האבן פארגעזונגען חרוזים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט די בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל און מען האט אריין געזינגען כנהוג,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים.
דערנאך האט דער רבי באזוכט אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א וועלכע איז סטאנציאנירט אינעם בנין הת"ת, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף משה אונגאר און ר' אביגדור הערשקאוויטש אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד יודא גאלדבערגער און ר' משה הערש ברוין אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש און ר' לוי יצחק לאנדא,
און פון די מחותנים ר' הערשל הערשקאוויטש און ר' שאול בראך,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~