דינסטאג טהרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג טהרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכן דאווענען האט מען געליינט די טעגליכע נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג,
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי, ווי מען האט געבאקן די מצות פארן רבין'ס שטוב.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישעי' יצחק רובין און ר' יעקב מרדכי גראס אין די זאלן פון כינור דוד.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און תפילת מעריב ארום 9:15,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים, לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה מחברתו הטהרה פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ויואל משה צו די שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' נפתלי אלימלך בן הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ויואל משה - ברך משה.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
נאך די זופ האט די בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל,
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א און די זיידע הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:10.
מארגן מיטוואך וועט רבינו שליט"א דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' בבנין הת"ת אויף די ראצפערט גאס ווי דער רבי וועט לייגן תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה, און נאכן דאווענען וועט פארקומען א מסיבת לחיים.
א גוטע נאכט.
~🌴~