דאנערשטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תזריע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' ברש"ה עקשטיין ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר דוד יודא זילבערשטיין.
ב''ר יואל גאלדשטיין.
ב''ר חיים זלמן שעהר.
ב''ר ארי' ווייס.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:20 איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מנהלים און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה לימי בין הזמנים, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זען במשך די ימי בין הזמנים צו אויפשטיין צייטליך, לערנען פארן דאווענען, און דאווענען במתינות,
און נאכאמאל געבעטן די בחורים אדורכצולערנען במשך די בין הזמנים מסכת הוריות, און זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיטן לערנען חסידישע ספרים און די הלכות החג, און צוגעענדיגט בברכת קדשו.
"שישו ושמחו בשמחת תורה"
ארום 5:00 אזייגער איז רבינו שליט''א ארויס געקומען פארנט פון ביתו נאוה קודש ווי רבינו שליט"א האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן פאר עטליכע מינוט אויפן פלאץ בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן ספר תורה אינטערן חופה לענגאויס צאנז קט. און מכבד געווען די מנהל שליט"א און די זיידעס צו טאנצען מיטן ספר תורה, און דער רבי איז צוריק אהיים לביתו נאוה קודש,
עס איז געקומען אויף א באזוך הגאון ר' משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה ירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מאשין מצות און שחיטה, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן, און געגעבן במתנה א הגדה לב אהרן.
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל צום מעמד הכנסת ספר תורה, ווי רבינו שליט"א האט געטאנצן מיט די ספר תורה פאר א לענגערע צייט מיט א התלהבות אש, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען די מנהל שליט"א צו טאנצען מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעורורות,
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה,
נאך מנחה האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע בחורים וואס האבן זיך משתתף געווען מיט 36 שעות רציפות און העכער אלץ הכנה צום מעמד הכנס"ת, ועפ"י קריאת מרן רבינו שליט"א פארגאנגענעם פורים קטן.
מען האט געענדיגט ארום 8:15.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל קראוס און ר' יחזקאל שרגא כ"ץ, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סעודה לגומרה של תורה און סיום הזמן,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר משפחת ניימאן און פארן מנהל הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א און פאר די מגידי שיעור און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה לימי בין הזמנים,
ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די זאל און אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~