מיטוואך תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תזריע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר משה מאשקאוויטש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט ישיבת עסק התורה סניף מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אשר יצחק ווידער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים ברוב עם בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור, און דערנאך פארן מנהל און פאר די בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי צום ערשט האט דער רבי געפרעגט א קשיא אויף די וואכעדיגע סדרה און געבעטן די בחורים צו זיכן א תירוץ, און דערנאך משמיע געווען דברי חיזוק פאר די בחורים און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה און געזאגט אז מען שטייט נאך יעצט אין חודש אדר און עס דארף נאך זיין מרבה בשמחה און אנגעווינטשן אז עס זאל זיין מרבה בשמחות און גוטע שידוכים פאר אלע בחורים.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"שישו ושמחו בשמחת תורה"
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בנין ישיבתינו סניף קדושת יואל צום מעמד "סיום כתיבת ספר תורה" פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן מארגן דורך די תלמידי הישיבה, אינאיינעם מיט משפחת הרה"ח ר' נחמי' ניימאן לע"נ בתם ע"ה.
ביים ערשיינען צום מעמד האט דער רבי צום ערשט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורת און הבחור אליעזר ווייזער ני"ו - מתלמידי הישיבה האט אויפגעטרעטן מיט חרוזים לכבוד המעמד.
דערנאך האבן הב' חיים שטערן ני"ו - מראשי עסקני חבורת 'אתקינו' ללימוד שעות רצופות בהכנה דרבה, און הב' אברהם וואלדמאן ני"ו איבערגעגעבן בשם די גאנצע ישיבה פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים פון 10,273 שעות רצופות געלערנט דורך די תלמידי הישיבה אלץ הכנה דרבה צום גרויסן מעמד הכנס"ת, ועפ"י קריאת מרן רבינו שליט"א פארגאנגענעם פורים קטן, אינאיינעם מיט א קוויטל כוללות מיט די נעמען פון די בחורים וואס האבן געלערנט פון 36 שעה און העכער.
דערנאך האט הב' אברהם ווערצבערגער ני"ו - יו"ר וועד הכנס"ת, אריין געברענגט די ספר תורה, און מען האט ווייטער געזונגען ניגוני התעוררות.
"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת"
דערנאך האט דער סופר הרה"ח ר' שלמה הערש שעהר הי"ו צוגעגרייט די ספר, רבינו שליט"א האט געזאגט 'הרינו כותב לשם קדושת ספר תורה' און מסיים געווען דעם ספר תורה.
בשעת דער רבי האט געשריבן האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
נאכן סיום כתיבת ספר תורה האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נחמי' ניימאן הי"ו, און פאר דער מנהל הישיבה הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א און פאר די רמ"י ובחורי הישיבה.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש די וואך 'אחור וקדם צרתני' און געפרעגט ווי אזוי קען זיין סיי אחור און סיי קדם?
נאר וואס דען באמת איז די מענטש באשאפן געווארן די לעצטע פון די ברואים נאר אויב איז מען זיך מקשר צו די תורה וואס איז באשאפן געווארן פאר אלע ברואים איז עס כאילו מען איז באשאפן געווארן די ערשטע, האט דער רבי געזאגט אז ביי א סיום כתיבת ספר תורה איז דא ביידע עס איז דא די 'סיום' כתיבת ספר תורה און אויך די 'התחלת' קריאת ספר תורה,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים אז אפילו עס איז געווען 'סוף' זמן האט עס אויסגעזען ווי 'אנהייב' זמן און די בחורים האבן זיך צוגעפלייסט מיט שעות רציפות,
און דער רבי האט געזאגט אז ער וויל בעטן אלע בחורים 'פון אלע סניפים' אז מען זאל במשך די ימי בין הזמנים פון ר"ח ניסן ביז כ"ו ניסן יומדה"ק פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אדורכלערנען מסכת הוריות,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קדשו פאר די בחורים און פאר די משפחה, און אנגעווינטשן אז "בניסן נגאלו בניסן עתידין להיגאל" בביאת גואל צדק בב"א.
נאך די דברות קודש איז רבינו שליט"א געגאנגען הגבה אויפן ספר תורה, און געטאנצן אויפן פלאץ מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט, דערנאך איז הרה"ח ר' נחמי' ניימאן הי"ו געגאנגען גלילה.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיט די ספר תורה, ווי רבינו שליט"א האט געטאנצען בהתלהבות ובשמחת התורה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן מיטן ספר תורה די מנהל הישיבה הגה"צ ר' קלמן שליט"א, און הרה"ח ר' נחמי' ניימאן הי"ו.
ארום 9:20 האט דער רבי פארלאזט די ישיבה, דערנאך האבן די תלמידי הישיבה וואס האבן זיך משתתף געווען בממונם אינעם ספר תורה געהאט א געלעגנהייט אריבער צו גיין קונה זיין די ספר תורה בהגבהה מקיים צו זיין די מצות כתיבת ספר תורה בהידור.
"נגיל ונשיש בזאת התורה לי היא לנו עוז ואורה"
זמני כניסה איז געווען פון 9:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~