דינסטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תזריע=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל יערמיאש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די ישיבה וועלכע איז אפען ביזן יו"ט פסח, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די ראש ישיבה און פאר די בחורים.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:20.
ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הגה"צ רבי יואל שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הווארט פון בתו הכלה שתחי', עס איז אויך אנוועזנד געווען די חשובע זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די געהויבענע יחוס פון די מחותנים און איבער סיפורים ועבדות פון די הייליגע זיידעס, דערנאך האט די חתן און די כלה מקבל קנין געווען, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים און פאר די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור, במשך די מעמד האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה,
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, דערנאך האט דער רבי מסדר געווען די תנאים און די חתן האט מקבל קנין געווען, און מען האט קובע געווען די זמן פון די תנאים אויף קומענדיגע חול המועד פסח.
דערנאך איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' לייבוש האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז גריבוב-ב"פ לקראת די חתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרבני הנגיד ר' בנימין פילופסן הי"ו ע"פ אשתו ע"ה,
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' זלמן לייב ואחיו הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך האט רבינו שליט''א זיך משתתף געוועהן ביים שמחת השבע ברכות פון החתן יעקב אהרן קראסנפעלד ני''ו וואס איז פארגעקומען אין זאל און די עזרת נשים פון בית מדרשינו בנין בראך פאר די מצטיינים בסדר הבוקר בישיבה לצעירים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן מחותן און פאר הגה''צ אב''ד ור''מ שליט"א און פאר די רמ''י הישיבה, דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש לכבוד די שמחה און צוגעענדיגט בברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז ארום 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~