מאנטאג תזריע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תזריע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן עפשטיין ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב'.
דערנאך זענען די אויסלענדישע בחורים תלמידי הישיבה אריין זיך געזעגענען בקודש פנימה.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:25.
ארום 6:30 איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אב"ד מאגרוב ווי ער האט איבערגעגעבן א גריס פון די מצה בעקעריי נאך וואס ער האט געבאקן מצות לקראת יו''ט פסח בבית האופה המהודרת און שטארק משבח געווען די הידורים, דערנאך האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני סופרות און איבער די לעצטערע אויפוואכונג פון די פראבלעמען פון די מזוזות ווי דערביי האט דער רבי געוויזן א מזוזה וואס איז רח''ל געפרינט אויף קלף, און דערנאך ארומגערעדט איבער די כשרות פון די כשר לפסח פראדוקטן.
ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 12:20 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~