דאנערשטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה מעיין התורה פון ב"פ.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יהודה שעהר.
ב"ר יואל פאסטערנאק.
ב"ר ישראל יודא יעקב גאלדבערגער.
דערנאך האט דער רבי געצינדען לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט בכיות עצומות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים אין ביהמ"ד לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און די מגי"ש און פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און די געוואלדיגע כח הקדושה וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונז און געזאגט אז דאס אז עס איז נאך דא א איד היינט מיט יראת שמים איז נאר אדאנק די כח הקדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און ארויסגעברענגט ווי דאס איז מחייב יעדן בחור און אז מען קען מיט די כח אש זיך מתגבר זיין אויף די פייער פונעם יצר הרע זיך נישט לאזן נאכשלעפן פון די תאוות היצר, און ארומגערעדט איבער די הייליגקייט פון די תפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און צוגעענדיגט מיט דברי שבח פון די ישיבה און די בחורים און געווינטשן ברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:40.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק אין מאלן ווייץ לקראת יו"ט פסח הבעל"ט,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה און דערנאך עוסק געווען בטירחא דגופא און געמאלן ווייץ פאר א לענגערע צייט.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פאר מנחה האט דער רבי געצינדען לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב קעסלער און ר' יואל בר"א קויפמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' צדוק היילברוין און ר' יואל עפשטיין אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב ע"פ אחיו הרה"ח ר' אשר זאבעל ז"ל.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 9:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה יודא גאלדבערגער און ר' יצחק שטויבער, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~