מיטוואך שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל מויזקאפף.
דערנאך האט דער רבי געצינדען לעכט לע"נ חותנו הרה"ק בעל ישועות משה מ'וויזניץ זצ"ל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אלס הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:20.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. א יארצייט סעודה לע"נ הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די קינדער און די אייניקלעך.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' מאיר משה שפיצער און ר' יעקב שפילמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישעי' ווערצבערגער און ר' ליפא ניישטאדט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז געווען אנוועזנד די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', און עס איז פארגעקומען א מעמד כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן זונטאג אין ישיבה.
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די ראשי ישיבה און משפחה,
דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעווינטשן פאר די בחורים ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף מקשר זיין סוף התורה לתחילתה, די לעצטע מצוה אין די תורה איז כתיבת ספר תורה און די ערשטע מצוה אין די תורה איז פרו ורבו, און דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פאר די בחורים מען זאל זוכה זיין צו גוטע שידוכים במהרה.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:50 אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדען לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~