דינסטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר זאב זארגער.
ב''ר יואל גלאנץ.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' הערש פנחס מאשקאוויטש און ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה די הנהלת בוני עולם ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פעולות לטובה און דער רבי האט זיי ווארעם אנגעווינטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. און דערנאך ווייטער אויפגענומען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~