שבת קודש פרשת צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת צו
ארום 7:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יוסף ווייס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר חיים נחום גאטליב שליט"א - מו"ץ.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר חיים נחום גאטליב שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הר"ר יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק זאת תורת העולה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מין במינו לא בטל.
קה אכסוף: הר"ר יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן ורב דביהמ"ד ברך משה.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"א אדר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שמחה יוסף הירש - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר יושע העשיל שארף שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' צדוק היילברוין.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן.
לוי: הרה"ח ר' אהרן שלמה אפעל - וומ"ס.
שלישי: החתן שמעון ב"ר צדוק היילברוין - באווארפען.
רביעי: החתן לייבוש ב"ר יעקב קעסלער - באווארפען.
חמישי: החתן משה יודא ב"ר מאיר שפיטצער.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' ברוך יוסף פריעדמאן.
שביעי: ר' ארי' הערשקאוויטש, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' אברהם שאול בערנאטה, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב מאיר דאסקאל - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב קעסלער.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן - משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' שלמה דוד דאסקאל.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' שמעון יוזשעף - בני ברק.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל פעלבערבוים - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אלימלך דייטש.
לוי: הרה"ח ר' הלל מנשה מארמארשטיין - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יחיאל גוטמאן - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק זאת תורת העולה, און ארומגערעדט אז מצוות לימוד התורה איז מסוגל אז די הארץ זאל באפרייט ווערן פונעם יצר הרע און אזוי קען מען הערן די בת קול היוצאת מהר חורב ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה, און עס איז מעורר צו תשובה אמיתות, און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה שווארץ - וומ"ס.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יעקב מאיר דאסקאל - וומ"ס, מען האט געזינגען די ניגון פון הרה"ח ר' ליפא לויאש'ער ז"ל.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה יודא ב"ר מאיר שפיטצער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר יואל ווערצבערגער.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:10.
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה לרגל נישואי בתו למז"ט, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' יואל האט אפגעקויפט א זכות אין די מקוה טהרה החדש,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר ר' יואל און פארן חתן און די זיידעס.
א גוטע וואך.
~🌴~