זונטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג צו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ישראל מאיר אקער,
און לבן הנולד אצל ר' נפתלי יודא פריעדמאן,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפיטצער, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש.
ב"ר יואל גאלדשטיין.
ב"ר ישכר מרדכי ליכטמאן.
ב"ר חיים אלעזר טעללער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דערנאך איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס איז געלאדענט געווארן די גבאים פון חבורת 'איגוד יושבי אוהל' שע''י מבצרי הכוללים פון איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע איז געגרינדעט געווארן נאכן געהויבענעם "שבת עמלי התורה" פארגאנגענעם שבת תולדות תשפ"א, די שבע ברכות איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א ממנהלי הכולל אין ק"י, און פארגעשטעלט די פעולות וואס ווערן געטוהן דורך די עסקנים להרמת קרן התורה בכלל און פון די בני תורה בפרט.
נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצען ציבור און ארומגערעדט בשבח פון די פעולות און איבער די זכי' וואס די עסקנים האבן צו מרים זיין די קרן התורה.
במשך די סעודה האבן עטליכע פון די עסקנים אויפגעטרעטן און פארגעלייגט פארשידענע שאלות אין אסאך ענינים וואס זענען נוגע להגדיל תורה ולהאדירה וואס רבינו שליט"א האט געענטפערט און אויסגעשמועסט באריכות בטוב טעם ודעת.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די משנה פון האשה נקנית און ארומגערעדט בדרך דרוש בעניני נשואין און דערנאך ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די חשיבות פון זיין א מזכה את הרבים, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די עסקנים.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן חדב"ן הגה"צ רבי דוד דוב דושינסקיא שליט"א רב דביהמ"ד אוהל פיגא.
ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רבי ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה.
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול בחדרו הפרטי ווי עס איז געווען זמני כניסה פאר די תורמים חשובים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט יותר מכפי יכולתם מיט די מינומום פון 1,800 דאלער און העכער לטובת וועד הצלת אוקריינע ווי עס האבן זיך אנגעזען א ריזן ציבור בעלי בתים, אברכי הכוללים ומרביצי תורה, ווי אויך עטליכע קבוצות בחורים וואס האבן צוזאמגעשטעלט די סכום אדיר פון 1,800 דאלער, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואנטשן ברכות לרוב פאר אלע נדיבים.
עס האט זיך פארצויגן ביז 9:45, דערנאך איז געווען זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ווי א ריזן ציבור וואס האבן נישט אנגעיאגט צוליב די ריבו העם האבן משלים געווען מיטן אריינברענגען סכומים אדירים למען הצלת יהדות אוקריינע,
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35 בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ביז ארום 12:10.
א גוטע נאכט.
~🌴~