מיטוואך ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' דוד בר"מ עקשטיין און ר' יואל בר"ש גרובער אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' לוי אהרן עסטרייכער און ר' יואל גליק אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 10:40 אויפדערנאכט.
ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די 'אולמי עטרת' זאלן אויף די קאזניץ גאס צו די שמחת הבר מצוה פון הב' משה בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י חתן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי שלמה שליט"א, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די זיידע הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א און פאר הגה"צ רבי שלמה שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערביי האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די מנהג פון זאגן א דרשה אום ז' אדר, און בכלליות איבער די מנהג פון רבותינו הק' לבית סיגוט - צאנז איבער זאגן דרשות במשכ'ן יאר.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~